Riksrevisionen logotype, länk till startsidan.

די שוועדישע נאציאנאלע אוד – א זעלבסט-שטענדיגע אודיטער פון סטעיט אפעראציעס

דורך זעלבסט-שטענדיגע אודיטינג, שטעלן מיר צו א בליק אין וויאזוי רעגירונג געלטער ווערן גענוצט, וויאזוי עפישענט פובליק אויטאריטעטן זענען מיט זייער ארבעט, און צו פאליסי באשליסן טוען טאקע אויף דאס וואס זיי זענען געאייגנט אויפצוטוהן.

יעדער איינער האט די רעכט צו וויסן וויאזוי זייער רעגירונג טוט זייער ארבעט

איר דארפט זיך קענען פארלאזן אז די באשלוסן וואס זענען געמאכט געווארן ווערן אויסגעפאלגט און אז די געלט פון שטייער צאלער ווערט גענוצט עפעקטיווערהייט. דורך אונזערע אודיטס, געבן מיר צו צו די דורכזיכטיגקיייט איבער וואזוי די רעגירונג ארבעט.

די שוועדישע נאציאנאלע אודיט אפיס איז אן אויטאריטעט אונטער די שוועדישע פארליאמענט. אונזער אויפגאבע איז אויסצוגעפונען ווי גוט די סטעיט פונקציאנירט. מיר אודיטן די רעגירונג, רעגירונג אגענטורן, און אנדערע ארגעניזאציעס וועלכע באהאנדלען סטעיט געלטער. אונזערע אודיטס העלפן די פארליאמענט צו מאכן באשלוסן. דאס איז אינפארמאציע וואס קען גענוצט ווערן צו פארבעסערן די ארבעט פון די רעגירונג און איר אגענטורן.

אונזער זעלבסט-שטענדיגקייט איז א חלק פון די שוועדישע קאנסטיטוציע

די נאציאנאלע אודיט אפיס איז א וויכטיגע חלק פון פארליאמענט'ס איבערזיכט מאכט. אונזער אחריות איז צו צושטעלן פאר'ן פארליאמענט און פאר'ן פובליק די אינפארמאציע איבער וויאזוי די אויטאריטעטן ווערן געפירט און ווי גוט פאליטישע רעפארמען ארבעטן.

צו זיכער מאכן אז אונזערע אודיטס זענען אומאפהענגינג און באזירט בלויז אויף פאקטן, זענען מיר נישט אונטער די בעלות פון די רעגירונג און אנדערער אויטאריטעטן, און מיר האבן אן אייגנארטיגע מאנדאט צו זעלבסטשטענדיגערהייט באשליסן וואס צו אודיטן און וויאזוי צו דורכפירן אונזערע אודיטס.

אודיטס דורך די שוועדישע נאציאנאלע אודיט אפיס

מיר פירן דורך צוויי סארטן אודיטס:

  • מיר אודיטן די יערליכע אקאונטס פון אלע רעגירונג אגענטורן צו זיכער מאכן אז זייערע פינאנצן זענען אין ארדענונג.
  • מיר טוען אונטערזוכן וויאזוי די רעגירונג און די אויטאריטעטן פירן איין די פאליסיס אפגעמאכט דורך פארליאמענט, ווי צום ביישפיל די אפעקטן פון פאליסי רעפארמען.

די רעזולטאטן פון אונזער ארבעט

אונזערע אודיט רעפארטס ווערן אפענערהייט ארויסגעשטעלט און ווערן א טייל פון פארליאמענט'ס ארבעט צו האלטן איבערזיכט אויף די רעגירונג. זיי ווערן אויך גענוצט דורך רעגירונג אגענטורן, פארשער, זשורנאליסטן און אנדערע וואס ווילן נאכקוקן וויאזוי די סטעיט נוצט די געלט פון שטייער-צאלער.

די רעזולטאטן פון אונזער ארבעט קענען אויך געזעהן ווערן אינטערנאציאנאל. מירן העלפן אנטוויקלען אודיטינג סטאנדארטן און שטיצן די אנטוויקלונג פון אנדערע לענדער'ס אודיט אויטאריטעטן אלס טייל פון שוועדישע הילף פאר אנדערע לענדער.

האט איר סיי וועלכע פראגעס?

אויב איר האט סיי וועלכע פראגעס, קענט איר זיך רואיגערהייט פארבינדן מיט אונז

קורץ-טערמיניגע מענעדזשמענט פון באמיאונגען צו אנהאלטן און אפהיטן מינאריטעט שפראכן

אין שוועדן ווערן, יידיש, פיניש, מינקילי, ראמעני טשיב און סאמי אנערקענט אלץ נאציאנאלע מינאריטעט שפראכן. יעדע איינער האט די רעכט צו רעדן זייער שפראך און שפראך איז אפט א וויכטיגע טייל פון א מענטש’ס אידענטיטעט. מינאריטעט שפראכן זענען אויך טייל פון די שוועדישע קולטור און הערעטידזש. צוליב דעם, איז די סטעיט פארפליכטעט צו לעבעדיג האלטן די נאציאנאלע מינאריטעט שפראכן.

די שוועדישע נאציאנאלע אודיט אפיס האט אפגעשאצט וויאזוי א צאל פון פאבליק סעקטאר אוטאריטעט איינהייטן ארבעטן צו אפהיטן די נאציאנאלע מינאריטעט שפראכן. די אויטאריטעטן זענען די אינסטיטוציע פאר שפראך און פאלקלאור (Isof), די סטאקהאלם קאונטי אדמיניסטראטיווע באורד, לונד אוניווערסיטעט, די סאמי פארלימענט, די נאציאנאלע אגענטור פאר עדיוקעישאן, סטאקהאלם אוניווערסיטעט, סאדערטאן אוניווערסיטעט, די שוועדישע קאונסיל פאר העכערע עדיוקעישאן (UHR) און יומיע אוניווערסיטעט.

די שוועדישע נאציאנאלע אודיט אפיס האט באשלאסן אז די סטעיט’ס באמיאונגען זענען נישט גענוג. אין צוגאב, קען די סטעיט בעסער אויסנוצן איר הילפסמיטלען דורך זיי אויסטיילן איבער א לענגערע צייט אפשניט אנשטאט פון קורצע גרעסערע אויסטיילונגען.

צוליב דעם טוט די נאציאנאלע אודיט אפיס פארשלאגן אז די רעגירונג זאל אנפירן די איינהייטן אין א מער לאנג-טערמיניגע וועג, כדי צו אניפרן בעסערע פלאנירונג אומשטענדן. דאס איז גילטיג צו די נאציאנאלע אגענטור פאר עדיוקעישאן’ס אויפגאבע צו קאארדינירן אויסלערנען און מוטיגן די פראדוקציע פון לערן מאטריאל אין מינאריטעט שפראכן, Isof’ס פאראנטווארטליכקייט פאר שפראכן צענטערן און די נאכפאלגן און שטיצע פליכטן פון די סטאקהאלם קאונטי אדמיניסטראטיווע באורד און די סאמי פארלימענט.

די שוועדישע נאציאנאלע אודיט אפיס שלאגט אויף פאר אז די אינסטיטוציעס פון העכערע עדיוקעישאן און קאונסיל פאר העכערע עדיוקעישאן (UHR) זאלן פארבעסערן די אינפארמאציע פון ווערן א לערער פון מינאריטעט שפראכן. אין צוגאב, טוט די שוועדישע נאציאנאלע אודיט אפיס פארשלאגן אז די רעגירונג זאל אריבערפירן די פאראנטווארטליכקייט פאר די Minoritet.se וועבסייט צו די קאונטי אדמיניסטראטיווע באורד פון סטאקהאלם קאונטי אדער א צווייטע פאסיגע אוטאריטעט, ווואס וועט ווערן פאראנטווארטליך צו מאכן די וועבסייט מער באנוצער-פריינטליך.