Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.
Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אין צװײ מינוט

איר קענט זען אַ קורצן פֿילם װעגן דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט דאָ. װאָס האָט איר אַלס אַ בירגער פֿון אַ נאַציאָנאַלער העכסטער רעװיזיע־אינסטיטוציע? דער פֿילם איז געצילט איבערהױפּט אױף מיטלשול־תלמידים, אָבער קען אױך גענוצט װערן אַלס אַ פֿאַרגרינגערטע אינסטרוקציע פֿאַר יעדן אײנעם װאָס איז פֿאַראינטערעסירט צו באַקומען אַן אַלגעמײנע פֿאָרשטעלונג װעגן דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט און אונדזער ראָלע אין עפֿנטלעכער פֿאַרװאַלטונג.

אינהאַלט פֿונעם פֿילם אין טעקסט

געזעלשאַפֿט האַלט אין אײן זיך ענדערן דורך פֿאַרשײדענע פּאָליטישע באַשלוסן – באַשלוסן, װאָס באַװירקן דירעקט אײַער טאָג־טעגלעכע װעלט און װאָס מאַכן אײַער לעבן באַקװעמער, אָבער אױך באַגרענעצן עס.

בײַשפּילן שליסן אײַן׃

  • אײַערע רעכט און פֿאַרפֿליכטונגען אַלס אַ בירגער,
  • דאָס שאַפֿן פֿון פֿאַרשײדענע שטײַערן און אָפּצאָלן,
  • װי אַזױ זיך אױסצוהאַלטן װען איר קענט נישט אַרבעטן,
  • װי אַזױ איר קענט מאַכן זיכער אַז עסן אָדער מעדיצינען זײַנען נישט געפֿערלעך,
  • אָדער װי אַזױ מיר באַשיצן זיך אין פֿאַל פֿון אַ קאָנפֿליקט.

אָט די באַשלוסן און נאָך אַ סך אַנדערע װערן אָנגענומען פֿון דעם ריקסדאַג, דער רעגירונג און בערך 300 צענטראַלע מלוכישע אַגענטורן, װאָס זײַנען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר צושטעלן עפֿנטלעכע באַדינונגען און האַלטן אַן אױג אױף דעם, װי אַזױ כללים און רעגולאַצועס װערן אױסגעפֿאָלגט.

אָבער װי אַזױ קען מען װיסן אַז אַגענטורן זײַנען עפֿעקטיװ און אַז זײ טוען דאָס, װאָס זײ דאַרפֿן טאָן? דאַרף מען זײ דאָך קאָנטראָלירן. אָט דאָס איז רעװידירן.

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט איז אַן אַגענטור מיט אומאָפּהענגיקײט, װאָס איז באַשיצט פֿון דער קאָנסטיטוציע. אונדזער ספֿערע פֿון קאָמפּעטענץ איז צו רעװידירן אַלע אַקטיװיטעטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונג – די רעגירונג, די אַגענטורן, און די פֿירמעס װאָס זײַנען פֿאַרמאָגט פֿון דער מלוכה. מיר שאַצן אָפּ די נאָכעפֿעקטן פֿון פּאָליטישע רעפֿאָרמען און מיר קענען זען צי שטײַערגעלט װערט עפֿעקטיװ גענוצט.

אױף דעם װעבזײַטל פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט װעט איר געפֿינען אַלע אונדזערע עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע־באַריכטן, װעלכע באַלײַכטן פֿאַרשײדענע געביטן פֿון געזעלשאַפֿט. די גאַנצע באַריכטן זײַנען אין שװעדיש, אָבער די סך־הכלען זײַנען איבערגעזעצט אױף ענגליש. אונדזערע דערקלערונגען װעגן דעם, װי אַזױ די אַגענטורן פֿירן אױס זײערע פֿליכטן קען מען אױך דאָ געפֿינען. נישט נאָר די פּאָלאָטיקאַנטן אין דעם שװעדישן פּאַרלאַמענט (ריקסדאַג), נאָר אױך איר, האָבן דורך אונדז צוטריט צו װיכטיקער אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם, װי אַזױ די צענטראַלע רעגירונג אַרבעט הײַנט. דאָס װיסן װאָס איר קענט געטרױען און פֿון װעלכן איר קענט געניסן װען איר װילט אױסנוצן אײער דעמאָקראַטישע רעכט צו באַײַנפֿלוסן אָדער שאַפֿן מײנונגען.

װען איר װילט ארױסזאָגן אײַער מײנונג אָדער עפּעס ענדערן – דאָס װאָס באַװירקט אײַך.

Uppdaterad: 26 January 2022

Kontakta OSS

Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).

Läs mer om behandling av personuppgifter

Vad handlar din fråga om?
Vad handlar din fråga om?