רעזולטאַטן
פֿינאַנציעלע רעװיזיע
די פֿינאַנציעלע רעװיזיעס פֿירן צו רעװיזיע־באַריכטן און איבערקוק־באַריכטן װעגן צװישנדיקע פֿינאַנציעלע דערקלערונגען, װעלכע דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט גיט אײַן דער רעגירונג און אױך דער רעװידירטער אינסטאַנץ. מיר גיבן אױך מינדלעכע באַריכטן צו די באַטראָפֿענע אינסטאַנצן און מיניסטעריומס.
עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע
מיר פּובליקירן אַרום 30 עפֿעקטיװקײט־רעװיזיעס אַ יאָר. די באַריכטן װערן אײַנגעגעבן דעם ריקסדאַג, װעלכער פֿון זײַן זײַט גיט זײ אײַן דער רעגירונג פֿאַר דערקלערונגען. די רעגירונג מוז דערנאָך באַריכטן במשך פֿיר חדשים װעלכע שריט זי האָט גענומען און איז בכיװן צו נעמען. דער געהעריקער פּאַרלאַמענטאַרישער קאָמיטעט באַטראַכט דאַן דעם דאָקומענט, און דערנאָך מאַכט דער ריקסדאַג אַ באַשלוס בנוגע דעם ענין.

יערלעכע באַריכטן
יעדעס יאָר זאַמלען מיר צונױף די װיכטיקסטע באַמערקונגען אין די ראַמען פֿון דער יערלעכער פֿינאַנציעלער רעװיזיע און דער עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע אין דעם, װאָס מיר רופֿן 'דער יערלעכער באַריכט פֿון דעם גענעראַל־רעװיזאָר,' װעלכן מיר גיבן אײַן דעם ריקסדאַג. אין דעם נאָכפֿאָלג־באַריכט פֿאָלגן מיר יערלעך נאָך װאָס עס האָט פּאַסירט אַלס אַ רעזולטאַט פֿון אונדזערע אָנגאַבן און רעקאָמענדאַציעס אין די רעװיזיע־באַריכטן. דערצו גיבן מיר אײַן אונדזער יערלעכער באַריכט דעם ריקסדאַג (פּאַרקאַמענט). אין דעם יערלעכן באַריכט גיט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אַן אַרומנעמיקע אָפּשאַצונג פֿון זײַן עפֿעקטיװקײט בנוגע צו די צילן װאָס מען האָט געשטעלט פֿאַר אונדזערע פֿיר געביטן פֿון אָפּערירן, װי אױך אַ פֿינאַנציעלן באַריכט.
Dela i sociala medier och via e-post
Kontakta OSS
Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).