Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.
Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.

ספֿערע פֿון קאָמפּעטענץ פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט איז אַ טײל פֿון פּאַרלאַמענטאַרישן קאָנטראָל און דערפֿילט אַ װיכטיקע פֿונקציע. מיר זײַנען די אײנציקע קערפּערשאַפֿט װאָס קען צושטעלן פֿאַרן ריקסדאַג אַן אַרומנעמיקע אומאָפּהענגיקע רעװיזיע פֿון דער צענטראַלער רעגירונג.

דער בנין פֿון דעם ריקסדאַג

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט דערפֿילט אַ װיכטיקע פֿונקציע

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט פֿאַרנעמט אַן אוניקאַלע פּאָזיציע װײַל מיר רעװידירן די גאַנצע קײט פֿון עקזעקוטיװער מאַכט. מיר זײַנען אומאָפּהענגיק אונטער דעם ריקסדאַג און אומאָפּהענגיק פֿון די װעמען מיר רעװידירן.

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט האָט דרײַ הױפּט־אױפֿגאַבעס׃

  • פֿינאַנציעלע רעװיזיע
  • עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע
  • אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט

אַלס די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציע האָט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט נאָך אַן אױפֿגאַבע: צו פֿאַרשפּרײטן דאָס װיסן װעגן זײַן ראָלע און אָפּעראַציעס, װי אױך צו פֿאַרטרעטן שװעדן אין אינטערנאַציאָלע קאָנטעקסטן.

דורך דעם װאָס מיר פֿירן אױס סײַ עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע, סײ פֿינאַנציעלע רעװיזיע, קענען מיר קאָאָרדינירן רעװיזיע פֿון אַלע אַקטיװיטעטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונג. אין צוגאָב שטײַערן מיר בײַ דערצו אַז פּאַרלאַמענטאַרישער קאָנטראָל זאָל אױסגענוצט װערן, װי אױך צו דער אַנטװיקלונג פֿון אַקטיװיטעטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונג און דעמאָקראַטיע סײַ אין שװעדן, סײַ אין די לענדער װאו מיר פֿירן אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט.

עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע

עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע איז בודק ענינים אין שײכות מיטן בודזשעט פֿון דער צענטראַלער רעגירונג, פֿאַרװירקלעכונג און די פֿאַרפֿליכטונגען און רעזולטאַטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונגס טעטיקײט. די

רעװיזיע מוז בײַשטײַערן צו דער אַנטװיקלונג װאָס דערמעגלעכט די מלוכה צו באַקומען אַן עפֿעקטיװע חזרה פֿון אירע אינװעסטיציעס לטובת־הכלל.

פֿינאַנציעלע רעװיזיע

פֿינאַנציעלע רעװיזיע איז בודק די יערלעכע באַריכטן פֿון אַגענטורן כדי צו געבן אַ מײנונג צי זײ זײַנען צוגעגרײט געװאָרן לױט געהעריקע פֿאָרשריפֿטן, צי זײ געבן אַן אמתדיק און יושרדיק בילד און צי רעסורסן זײַנען גענוצט געװאָרן לױט געהעריקע באַדינגונגען און פֿאָרשריפֿטן.

אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט

אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט איז דורכגעפֿירט לפֿי באַשלוסן װאָס זײַנען אָנגענומען פֿון דעם ריקסדאַג. דער צװעק איז צו שטיצן אַנטװיקלונג פֿון אומאָפּהענגיקע פּראָפֿעסיאָנעלע רעװיזיע־קערפּערשאַפֿטן, בײַצושטײַערן צו דער אַנטװיקלונג פֿון דעמאָקראַטיע און צו פֿאַרשטאַרקן פּאַרלאַמענטאַרישן קאָנטראָל.

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט קען אױך אָננעמען אױפֿגאַבעס אַלס אַן אומאָפּהענגיקער רעװיזאָר אין אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס.

אונדזער ספֿערע פֿון קאָמפּעטענץ איז רעגולירט פֿון

  • דעם אינסטרומענט פֿון דער רעגירונג (קאַפּיטל 13, אַרטיקלען 7-9)
  • דעם געזעץ װעגן רעװיזיע פֿון מלוכישע אַקטיװיטעטן, א.א.װ. (2002:1022)
  • דעם געזעץ װאָס אַנטהאַלט אָנװײַזונגען פֿאַרן שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט (2002:1023)

Uppdaterad: 16 December 2021

Kontakta OSS

Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).

Läs mer om behandling av personuppgifter

Vad handlar din fråga om?
Vad handlar din fråga om?