Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.
Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.

װאָס און װעמען מיר רעװידירן

די אױפֿגאַבע פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט איז צו רעװידירן די אַקטיװיטעטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונג. מיר פֿאָרשן אױס צי אײַנגעפֿירטע רעפֿאָרמען האָבן געהאַט דעם געװאונטשענעם עפֿעקט, צי שטײַערגעלט איז עפֿעקטיװ גענוצט געװאָרן און צי אַגענטורן האָבן אָפּגעגעבן אַ יושרדיקן חשבון װעגן זײערע אַקטיװיטעטן. די רעזולטאַטן פֿון אונדזערע רעװיזיעס װערן געלײגט אין גרונט פֿאַר װיכוח און באַשלוסן װעגן ענדערונגען אין די װיכטיקסטע געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, װאָס באַװירקן בירגער, אָרגאַניזאַציעס און געשעפֿטן.

אַ
רעװיזאָר װײַזט אױפֿן נאַציאָנאַלן הערב אױף אַ גלעזערנער טיר

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט פֿירט אױס רעװיזיעס אין צװײ באַזונדערע פֿאָרמען – עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע און פֿינאַנציעלע רעװיזיע. מיר קענען אױך באַשטימען רעװיזאָרן אין אונטערנעמונגען און פֿונדאַציעס װאָס זײַנען פֿאַרמאָגט פֿון דער מלוכה. מיר קענען מעגלעך אױך פֿאַרמישט זײַן אין רעװידירן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס.

עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע

עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע הײסט אַז מיר זײַנען בודק די עפֿעקטיװקײט פֿון דער צענטראַלער רעגירונגס אַקטיװיטעטן. מיר קענען רעװידירן די איניציאַטיװן און פֿאַרפֿליכטונגען פֿון דער צענטראַלער רעגירונג אין אַלגעמײן און פֿאָקוסירן זיך איבערהױפּט אױף אומשטאַנדן אין שײכות מיטן נאַציאָנאַלן בודזשעט, די אײַנפֿירונג און רעזולטאַטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונגס אַקטיװיטעטן. מיר פֿאָקוסירן זיך אױף רעװידירן װירטשאַפֿט, אױסנוצן די רעסורסן און עפֿעקטיװקײט.

װעמען מיר רעװידירן

  • די רעגירונג, דער רעגירונגס אַמטן, די געריכטן און די פֿאַרװאַלטונגס־אַגענטורן, װאָס גיבן אָפּ חשבון דער רעגירונג
  • די ריקסדאַג־פֿאַרװאַלטונג און אַגענטורן אונטער דעם ריקסדאַג
  • די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם קיניגלעכן פּאַלאַץ און די פֿאַרװאַלטונג פֿון קיניגלעכן יורגאָרדען
  • די מלוכה אין פֿאָרעם פֿון אַ פֿירמע מיט באַגרענעצטער אחריות, אױב אירע אַקטיװיטעטן זײַנען רעגולירט פֿונעם געזעץ
  • אָדער אַבי װעלכער אַנדער תקנה
  • אָדער אױב די מלוכה האָט אַ קאָנטראָלירנדיקן אינטערעס אין די אָפּעראַציעס אַלס אײגנטימער אָדער דורך די צוגעבונג פֿון דער צענטראַלער רעגירונגס אַסיגנירונגען אָדער דורך הסכם
  • די מלוכה אין פֿאָרעם פֿון אַ פֿונדאַציע, אױב די אַקטיװיטעטן זײַנען רעגולירט פֿונעם געזעץ אָדער – אָדער אױב די פֿונדאַציע איז געשאַפֿן געװאָרן פֿון, אָדער בשותפֿות מיט, דער מלוכה, אָדער איז פֿאַרװאַלטעט פֿון אַ צענטראַלער רעגירונגס־אַגענטור.אַבי לעכער אַנדער תקנה

פֿינאַנציעלע רעװיזיע

אין די ראַמען פֿון אַ פֿינאַנציעלער רעװיזיע זײַנען מיר בודק צי די יערלעכע באַריכטן פֿון דער צענטראַלער רעגירונגס אַגענטורן זײַנען פֿאַרלאָזלעך און ריכטיג, צי די חשבונות זײַנען אמתדיק און יושרדיק און צי די אַגענטורן פֿאָלגן אױס די יעצטיקע כללים און ספּעציעלע באַשלוסן. יעדעס יאָר רעװידירט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אַרום 240 יערלעכע באַריכטן.

װעמען מיר רעװידירן

    • די צענטראַלע רעגירונג
    • דער רעגירונגס אַמטן און, אױסער די נאַציאָנאַלע שװעדישע פּענסיע־פֿאָנדן, די אַדמיניסטראַטיװע אַגענטורן װאָס גיבן אָפּ חשבון דער רעגירונג,
    • די ריקסדאַג־פֿאַרװאַלטונג, די פּאַרלאַמענטאַרישע אָמבודסמענער, די ריקסבאַנק און Stiftelsen Riksbankens Jubileumsfond (די באַנק פֿון שװעדנס יובל־פֿונדאַציע)
    • די פֿאַרװאַלטונג פֿונעם קיניגלעכן פּאַלאַץ און די פֿאַרװאַלטונג פֿון קיניגלעכן יורגאָרדען.

    רעװיזיע פֿון אַ באַשטימטן רעװיזאָר

    דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט האָט אױך די מעגלעכקײט צו באַשטימען רעװיזאָרן אין פֿירמעס און פֿונדאַציעס װאָס די מלוכה פֿאָרמאַגט זײ כאָטש אױף פֿופֿציק פּראָצענט, 'רעװיזיע פֿון אַ באַשטימטן רעװיזאָר.' דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט באַטראַכט עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע און רעװיזיע פֿון אַ באַשטימטן רעװיזאָר פֿאַר צװײ דערגאַנציקע אופֿנים פֿון רעװידירן די אַקטיװטעטן פֿון מלוכיש־פֿאַרמאָגטע אונטערנעמונגען און פֿונדאַציעס.

    רעװיזיע פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס

    דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט קען דורכפֿירן אומאָפּהענגיקע רעװיזיעס פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס פֿון װעלכע שװעדן איז אַ מיטגליד. מיר האָבן די מעגלעכקײט אָנטײל צו נעמען אין אינטערנאַציאָנאַלע רעװיזיעס אָדער אין אַן אָנגײענדיקער אָדער זיך ראָטירנדיקער אױפֿגאַבע, אָדער דורך געװינען אַן אײַנשאַפֿונג־קאָנטראַקט.

    Uppdaterad: 16 December 2021

    Kontakta OSS

    Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).

    Läs mer om behandling av personuppgifter

    Vad handlar din fråga om?
    Vad handlar din fråga om?