Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.
Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.

אױפֿזיכט און קװאַליטעט־פֿאַרזיכערונג

די אָפּעראַציעס פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט װערן קאָנטראָלירט אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים דורך אױפֿזיכט און קװאַליטעט־פֿאַרזיכערונג. אומאָפּהענגיקע אַגענטן קוקן נאָך װי אַזױ מיר פֿאָלגן אױס פֿאַרשײדענע רעגולאַציעס און סטאַנדאַרדן, בשעת מיר זעלבסט האָבן אינערלעכע פּראָצעדורן פֿאַר קװאַליטעט־פֿאַרזיכערונג.

די אומאָפּהענגיקײט פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט איז באַשיצט פֿון דער קאָנסטיטוציע בנוגע צו דעם, װאָס עס דאַרף רעװידירט װערן און װעלכע מעטאָדן מיר נוצן. אַלס אַ רעגירונגס־אַגענטור מוזן מיר אָבער אױספֿאָלגן די רעגולאַציעס װאָס זײַנען שײך אַגענטורן אין אַלגעמײן, צום בײַשפּיל, בנוגע צו עפֿנטלעכן צוטריט און געהײמקײט. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט געפֿינט זיך אױך אונטער דער השגחה פֿון די פּאַרלאַמענטאַרישע אָמבודסמענער (JO).

דרײַ
קרױנען אױף אַ גלעזערנער טיר

דער ריקסדאַג איז אונדזער שעף

יערלעכער באַריכט

דער ריקסדאַג איז פֿינאַנציעל פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט. דאָס הײסט צװישן אַנדערן, אַז דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט מוז אין זײַן יערלעכן באַריכט פֿאַרן ריקסדאַג אָפּגעבן אַ חשבון פֿון זײַנע אָפּעראַציעס און די אַקטיװן װאָס ער פֿאַרװאַלטעט.

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט גיט אײַן אַ יערלעכן באַריכט דעם ריקסדאַג.

די װיכטיקסטע אָנגאַבן פֿון סײַ עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע, סײַ פֿינאַנציעלער רעװיזיע װערן צוזאַמענגעשטעלט אין אַ באַריכט װאָס װערט אײַנגעגעבן דעם ריקסדאַג יעדעס יאָר. דער ריקסדאַגסקאָמיטעט אױף פֿינאַנצן באַטראַכט אים און גיט אַרױס אַ באַריכט, אױף װעלכן דער ריקסדאַג מאַכט אַ באַשלוס. דער יערלעכער באַריכט פֿון דעם גענעראַל־רעװיזאָר, צוזאַמען מיט אונדזער רעװיזיע־פּלאַן, שטעלט צו אַן אױסגעהאַלטן בילד פֿון די רעװיזיע־אָפּעראַציעס.

אָפֿענער אױספֿרעג אין דעם ריקסדאַג

יעדעס יאָר פֿאַרבעט דער פֿינאַנץ־קאָמיטעט דעם גענעראַל־רעװיזאָר אױף אַן אָפֿענעם אױספֿרעג אין דעם ריקסדאַג איבער דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס רעװיזיע־אַקטיװיטעטן. דער אָפֿענער אױספֿרעג איז אַ טײל פֿון דעם ריקסדאַגס פּראָצעסירן פֿון דעם יערלעכן באַריכט פֿון דעם גענעראַל־רעװיזאָר און אַ געלעגנהײט פֿאַר דעם גענעראַל־רעװיזאָר צו אינפֿאָרמירן די מיטגלידער פֿונעם ריקסדאַג װעגן די אָנגאַבן װאָס דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט האָט אױסגעפֿונען און צו װאָס אונדזער רעװיזיע האָט געבראַכט.

אינערלעכע רעװיזיע

לױטן געזעץ מוז דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אױך האָבן אַ גוטן אינערלעכן קאָנטראָל. אינערלעכע רעװיזיע בײ דער אַגענטור איז בודק צו זײַן צי דער פֿאַרװאַלטונגס אינערלעכער קאָנטראָל איז עפֿעקטיװ אײַנגעשטעלט.

פּאַרלאַמענטאַרישע פֿאַרהערן װעגן דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט

דער ריקסדאַג קען איבערקוקן אונדזער אָרגאַניזאַציע און טעטיקײט דורך באַשטימען פּאַרלאַמענטאַרישע פֿאַרהערן. דאָס איז געשען דרײַ מאָל זינט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט איז געגרינדעט געװאָרן אין 2003.

אַפּריל 2007

דער ריקסדאַגסקאָמיטעט האָט באַשלאָסן צו רופֿן אַ פּאַרלאַמענטאַרישן פֿאַרהער מיט דער אױפֿגאַבע נאָכצופֿאָלגן דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס רעפֿאָרעם, װאָס איז אײַנגעפֿירט געװאָרן אין 2003. דער פֿאַרהער האָט אײַנגעשלאָסן אונדזער דירעקציע, פֿירערשאַפֿט און פֿאַרװאַלטונג פֿון עפֿעקטיװקײט־רעװיזיעס.

נאָװעמבער 2016

דער ריקסדאַג האָט באַשטימט אַ נײַעם פּאַרלאַמענטאַרישן פֿאַרהער כדי דורכצופֿירן אַן איבערקוק װאָס האָט אײַנגעשלאָסן די גענעראַל־רעװיזאָרן, די באַציאונג צװשין דעם ריקסדאַג און דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט, עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע און געװיסע באַדינגונגען אין דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט. דער פֿאַרהער האָט געענדיקט אין 2018.

דעצעמבער 2018

דער ריקסדאַגסקאָמיטעט האָט באַשלאָסן צונױפֿצורופֿן אַ פּאַרלאַמענטאַרישן קאָמיטעט כדי דורכצופֿירן אַ אומפּאַרטײאישע אױספֿאָרשונג פֿון דער פֿירערשאַפֿט־סקרוקטור פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט. דער קאָמיטעט האָט צוגעשטעלט זײַן ענדגילטיקן באַריכט אין 2019.

קװאַליטעט־פֿאַרזיכערונג

מיר זעלבסט פֿאַרזיכערן די קװאַליטעט פֿון רעװיזיע־אָפּעראַציעס אין סײַ פֿינאַנציעלער רעװיזיע, סײַ עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע. אין צאָגאָב װערן פֿינאַנציעלע רעװיזיעס דורכקאָנטראָלירט פֿון אומאָפּהענגיקע אַגענטן.

Uppdaterad: 16 December 2021

Kontakta OSS

Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).

Läs mer om behandling av personuppgifter

Vad handlar din fråga om?
Vad handlar din fråga om?