Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.
Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.

אינטערנאַציאָנאַלע אָפּעראַציעס

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט נעמט אָנטײל אין ברײטע אינטערנאַציאָנאַלע אָפּעראַציעס. מיר פֿאַרטרעטן שװעדן אין אינטערנאַציאָנאַלע קאָנטעקסטן און מיר האָבן אױך דעם ריקסדאַגס (פּאַרלאַמענט) אױפֿגאַבע דורכצופֿירן אינטערנאַצאיאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט.

אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט

דער ציל פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט איז צו העלפֿן אױפֿצובױען שטאַרקערע רעװיזיע־אינסטאַנצן אין זיך אַנטװיקלענדיקע לענדער, צו דערמעגלעכן די אָרגאַניזאַציעס זײ זאָלן דורכפֿירן זײערע אײגענע רעװיזיעס לױט אינטערנאַציאָנאַל־אָנגענומענע סטאַנדאַרדן. הײנט צו טאָג איז דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט איבערהױפּט אַ מיטאַרבעט־שותף אין עטלעכע קעגנזײַטיקע פּראָיעקטן אין אַפֿריקע און אין דרום־מזרח־אײראָפּע, אָבער מיר זײַנען אױך פֿאַרמישט אין אַ רעגיאָנאַלן פּראָיעקט פֿאַר ענגליש־רעדנדיקע העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס אין אַפֿריקע (AFROSAI-E) און נאָך אַ צאָל לענדער. זינט 2004 טײלט דער ריקסדאַג אױס געלטער פֿאַרן שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט זײ זאָלן גענוצט װערן אין דער אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט.

לײענט מער װעגן אונדזערע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט־פּראָיעקטן

אינטערנאַציאָנאַלע באַציאונגען

דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס קעגנזײַטיקע פֿאַרבינדונגען קומען בעיקר פֿאָר דורך מיטגלידערשאַפֿט אין אינטערנאַציאָנאַלע מיטאַרבעט־קערפּערשאַפֿטן. מיר האָבן אױך רעגלמעסיקע קעגנזײַטיקע פֿאַרבינדונגען מיט שװעסטער־אָרגאַניזאַציעס, פֿינאַנסירנדיקע אָרגאַניזאַציעס, א.א.װ. און מיר נעמען רעגלמעסיק אױף אינטערנאַציאָמאַלע דעלעגאַציעס אין אונדזער אָפֿיס און ענטפֿערן אױף פֿילצאָליקע אינטערנאַציאָנאַלע אָנפֿראַגעס יעדעס יאָר.

לײענט מער װעגן אונדזערע אינטערנאַציאָנאַלע באַציאונגען

מיטאַרבעט מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט העלפֿט דעם אײראָפּעיִשן געריכט פֿון רעװיזאָרן אין זײַן אונטערזוכונג פֿון דעם, װי אַזױ דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס געלטער װערן גענוצן אין שװעדן. אין צוגאָב אַרבעט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט טעטיק מיט מיט די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס פֿון דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס אַנדערע מיטגליד־לענדער. דער הױפּטציל פֿון דער מיטאַרבעט איז זיך אױסצוטױשן מיט אינפֿאָרמאַציע און דערפֿאַרונג בנוגע צום רעװידירן דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס געלטער.

לײענט מער װעגן אונדז און דעם אײראָפּעיִשן פֿאַראײן

Uppdaterad: 16 December 2021

Kontakta OSS

Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).

Läs mer om behandling av personuppgifter

Vad handlar din fråga om?
Vad handlar din fråga om?