מיטאַרבעט מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד
אױפֿן סמך פֿון דעם ליסבאָנער אָפּמאַך (TFEU) דאַרף דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט מיטאַרבעטן מיט דעם אײראָפּעיִשן געריכט פֿון רעװיזאָרן, װאָס איז די דרױסנדיקע רעװיזיע־אינסטאַנץ פֿון דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אין אַ גײַסט פֿון צוטרױ בשעת אָנהאַלטן זײַן אומאָפּהענגיקײט. די מיטאַרבעט קומט פֿאָר טײלװײַז דורך דעם קאָנטאַקט־קאָמיטעט, װאָס איז אַ פֿרײַװיליקע אַסאַמבלעע פֿון די גענעראַל־רעװיזאָרן פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס מיטגליד־לענדער, אין װעלכער שװעדן באַטײליקט זיך.

רעװיזיע־באַזוכן פֿון דעם אײראָפּעיִשן געריכט פֿון רעװיזאָרן
דער אײראָפּעיִשער געריכט פֿון רעװיזאָרן (ECA) רעװידירט די פֿאַרװאַלטונג פֿון דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס געלטער דורך באַזוכן די מיטגליד־לענדער. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אַרבעט מיט מיט דעם ECA, אינפֿאָרמירנדיק די רעגירונגס־אַמטן און באַשטימענדיק זײַנע אײגענע אָבסערװאַטאָרן אָנטײל צו נעמען אין די באַזוכן. נאָך דעם, אַז דער באַזוך האָט זיך געענדיקט, שרײַבן די אָבסערװאַטאָרן אַ באַריכט, װאָס װערט איבערגעגעבן דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט און נאָך אַנדערע. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט באַקומט אױך די באַריכטן פֿונעם ECA.
קאָנטאַקט־קאָמיטעט פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד
דער קאָנטאַקט־קאָמיטעט איז אַן אומאָפּהענגיקע, זעלבסטשטענדיקע און נישט קײן פּאָליטישע אַסאַמבלעע, װאָס באַשטײט פֿון די פֿירער פֿונעם אײראָפּעישן פֿאַרבאַנדס העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס און דעם אײראָפּעיִשן געריכט פֿון רעװיזאָרן. דער קאָמיטעט דינט אַלס אַ דיסקוסיע־פֿאָרום פֿאַר ענינים פֿון אַלגעמײנעם אינטערעס אין שײכות מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דער קאָנטאַקט־קאָמיטעט טרעפֿט זיך געװײנטלעך יעדעס יאָר.
אין דעם קאָנטעקסט פֿאַרפֿליכטעט זיך דער קאָנטאַקט־קאָמיטעט צו׃
- דערמוטיקן דיאַלאָג און מיטאַרבעט אין רעװיזיע און טעטיקײט אין שײכות מיט דעם;
- אײַנשטעלן און אונטערשטיצן געמײנזאַמע פּאָזיציעס איבער נײַע פֿראַגעס מכוח רעװיזיע און באַריכטלעכקײט;
- שטיצן די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס װאָס זײַנען מידגלידער פֿון דעם קאָנטאַקט־קאָמיטעטס און די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס פֿון לענדער װאָס זײַנען אונטערגעװאָרפֿן אונטער דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס פֿאַרגרעסערונג־פּאָליטיק.
דורך פֿאַרשטאַרקן מיטאַרבעט צװישן זײַנע מיטגלידער שטײַערט דער קאָנטאַקט־קאָמיטעט בײַ צו עפֿעקטיװער דרױסנדיקער רעװיזיע און באַריכטלעכקײט אין דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און העלפֿט צו פֿאַרבעסערן דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס פֿינאַנציעלע פֿאַרװאַלטונג לטובת זײַנע בירגער.
דער קאָנטאַקט־קאָמיטעט האָט געשאַפֿן אַרבעטסגרופּעס פֿאַר ספּעציפֿישע רעװיזיע־ענינים און בשותפֿותדיקע רעװיזיעס אין שײכות מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די אַרבעט אין די אַרבעטסגרופּעס פֿירט געװײנטלעך צו רעקאָמענדאַציעס װאָס די יערלעכע אַסאַמבלעע זאָל זײ באַטראַכטן. די רעקאָמענדאַציעס דעקן ענינים פֿון בשותפֿותדיקן פּראָפֿעסיאָנאַלן אינטערעס פֿאַר די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס פֿונעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד.
סטראַטעגישע באַאָבאַכטונג פֿונעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט
סטראַטעגישע באַאָבאַכטונג אין סײַ פֿינאַנציעלער רעװיזיע, סײַ עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע רעכנט אַרײַן געבן אַכטונג אױף אַנטװיקלונגען אין רעלעװאַנטע פּאָליטיק־געביטן אינעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. די אינטערנאַציאָנאַלע אָפּטײלונג פֿונעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט גיט אַכטונג אױף אַלגעמײנע רעװיזיע־ענינים איבערהױפּט דורך דער קאָאָפּעראַציע אינעם קאָנטאַקט־קאָמיטעט.
דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס רעװיזיע פֿון פֿראַגעס אין שײכות מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד
דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס רעװיזיע פֿון פֿראַגעס אין שײכות מיטן אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד קומט פֿאָר סײַ אין די ראַמען פֿון פֿינאַנציעלער רעװיזיע פֿון יערלעכע באַריכטן פֿון אַגענטורן און דער צענטראַלער רעגירונגס יערלעכן באַריכט, סײַ דורך דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס עפֿעקטיװקײט־רעװיזיעס, אין װעלכע דעם אײראָפּעיִשן פֿאַרבאַנדס פּערספּעקטיװ נעמט אָן פֿאַרשײדענע פֿאָרמען, געװאָנדן אין די רעװיזיע־פֿראַגעס.
Dela i sociala medier och via e-post
Kontakta OSS
Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).