אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט
דער צװעק פֿון דעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמטס באַטײליקונג אין אינטערנאַציאַנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט־פּראָיעקטן איז צו שטיצן די אומאָפּהענגיקײט פֿון העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס און בײַצושטײַערן דערמיט צו דורכזיכטיקײט, דעמאָקראַטישער אַנטװיקלונג און פֿאַרשטאַרקן פּאַרלאַמענטאַרישן קאָנטראָל אין פֿאַרשײדענע טײלן פֿון דער װעלט. יעצט פֿירן מיר פּראָיעקטן בעיקר אין אַפֿריקע און דרום־מזרח־אײראָפּע.
אונדזערע מיטאַרבעט־פּראָיעקטן שליסן אײַן אַקטיװיטעטן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזער שותפֿס געזעצלעכן גערעם, סטראַטעגישער אַנטװיקלונג, פֿירערשאַפֿט און דער אַנטװיקלונג פֿון האַנטביכער און אָנװײַזונגען פֿאַר עפֿנטלעכער רעװיזיע. אַ טיפּישע פּראָיעקט־אַקטיװיטעט איז שטיצע דורכצופֿירן נײַע רעװיזיע־מעטאָדן דורך טרענירן און פּראַקטישער הדרכה.
געװײנטלעך נעמען מיר אָן אַ צאָל קאָלעגן פֿונעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט זײ זאָלן זיך אָנשליסן אין אַ ספּעציפֿישער פּראָיעקט־מאַנשאַפֿט אָדער אַ לאַנד־מאַנשאַפֿט אַלס קורץ־טערמיניקע קאָנסולטאַנטן. די מאַנשאַפֿטן האָבן אַ ספּעציעלע אחריות פֿאַר פּלאַנירן, אָנשטעלן פּערסאָנאַל און דורכפֿירן פּראָיעקט־אַקטיװיטעטן. מיר האָבן אױך טעמאַטיש אָרגאַניזירט אַרבעטסגרופּעס פֿאַרן אױסטױש פֿון דערפֿאַרונג, װי אױך קאָאָרדינאַציע און אַנטװיקלונג פֿון רעװיזיע־מעטאָדן.
אױסגאַנג־פּונקטן פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט
אין די ראַמען פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט פֿאָקוסירן מיר זיך אױף לאַנג־טערמיניקע מיטאַרבעט־פּראָיעקטן צו שטיצן אינסטיטוציאָנאַלע און פּראָפֿעסיאָנאַלע קאַפּאַציטעט־אַנטװיקלונג פֿון אונדזערע שותפֿים־אינסטאַנצן. אונדזער אױסגאַנג־פּונקט איז צו שטיצן רעפֿאָרמען און סטראַטעגיעס װאָס פֿירן די אַנטװיקלונג פֿון אונדזערע שותפֿים־אינסטאַנצן. אינטערנאַציאָנאַל־אָנגענומענע רעװיזיע־סטאַנדאַרדן (ISSAIs) און גוטע רעװיזיע־פּראַקטיקן זײַנען תמיד דער מיטלפּונקט װען עס רעדט זיך פֿון אונדזערע אַנטװיקלונגס־אַקטיװיטעטן.
אונדזערע מיטאַרבעט־פּראָיעקטן שליסן אײַן אַקטיװיטעטן אין פֿאַרבינדונג מיט אונדזער שותפֿס געזעצלעכן גערעם, סטראַטעגישער אַנטװיקלונג, פֿירערשאַפֿט און דער אַנטװיקלונג פֿון האַנטביכער און אָנװײַזונגען פֿאַר עפֿנטלעכער רעװיזיע. אַ טיפּישע פּראָיעקט־אַקטיװיטעט איז שטיצע דורכצופֿירן נײַע רעװיזיע־מעטאָדן דורך טרענירן און פּראַקטישער הדרכה.
געװײנטלעך נעמען מיר אָן אַ צאָל קאָלעגן פֿונעם שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט זײ זאָלן זיך אָנשליסן אין אַ ספּעציפֿישער פּראָיעקט־מאַנשאַפֿט אָדער אַ לאַנד־מאַנשאַפֿט אַלס קורץ־טערמיניקע קאָנסולטאַנטן. די מאַנשאַפֿטן האָבן אַ ספּעציעלע אחריות פֿאַר פּלאַנירן, אָנשטעלן פּערסאָנאַל און דורכפֿירן פּראָיעקט־אַקטיװיטעטן. מיר האָבן אױך טעמאַטיש אָרגאַניזירט אַרבעטסגרופּעס פֿאַרן אױסטױש פֿון דערפֿאַרונג, װי אױך קאָאָרדינאַציע און אַנטװיקלונג פֿון רעװיזיע־מעטאָדן.
דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט האָט אַ סטראַטעגיע פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט. ער שטעלט די צילן און פֿאָקוס פֿאַר דער אַרבעט און אידענטיפֿיצירט פּריאָריטעטן פֿאַר זײַן טעטיקײט אין 2021-2024.
ציל און פֿינאַנסירונג
דער פּראָיעקט־אַקטיװיטעטן װערן פֿינאַנסירט מיט געלטער פֿון דעם שװעדישן ריקסדאַג (פּאַרלאַמענט) יעדעס יאָר׃ די געלטער דאַרפֿן דעקן אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט לױט די צילן און אָריענטאַציע פֿון שװעדישע פּאָליטישע באַמיאונגען לטובת גלאָבאַלער אַנטװיקלונג און אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט.
דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט װעט דורכפֿירן זײַן אינטערנאַציאָנאַלע אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט לױט דער פֿאָלגנדיקער ציל׃
בײַצושטײַערן צום פֿאַרשטאַרקן די קאַפּאַציטעט און מעגלעכקײט פֿון העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס כדי דורכצופֿירן רעװיזיעס לױט אינטערנאַציאָנאַלע סטאַנדאַרדן.
רעזולטאַטן
יעדע פֿיר יאָר גיט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אָפּ אַ באַריכט פֿאַרן פּאַרלאַמענט װעגן די רעזולטאַטן פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַלער אַנטװיקלונגס־מיטאַרבעט, דורך װעלכער זיך אַנטװיקלענדיקע לענדער באַקומען שטיצע צו אַנטװיקלען זײער קאַפּאַציטעט און מעגלעכקײט דורכצופֿירן עפֿנטלעכע רעװיזיעס און צו פֿאַרשטאַרקן פּאַרלאַמענטאַרישן קאָנטראָל. דאָס יאָרס באַריכט, װאָס דעקט יאָרן 2015-2018, האָט באַריכטעט רעזולטאַטן, װעלכע זײַנען בעיקר דערגרײכט געװאָרן אױפֿן סמך פֿון אומאָפּהענגיקע אָפּשאַצונגען, אָבער אױך אױפֿן סמך פֿון אונדזערע אײגענע אָפּשאַצונגען. דער באַריכט װײַזט אַז מען מאַכט פֿאָרשריט און דערגרײכט רעזולטאַטן אין די פֿאַרשײדענע פּראָיעקטן.
Dela i sociala medier och via e-post
Kontakta OSS
Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).