Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.
Riksrevisionen logotyp, länk till startsidan.

אינטערנאַציאָנאַלע באַציאונגען

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אַרבעט ברײט מיט מיט פֿאַרשײדענע אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס און באַטײליקט זיך אין אַ סך נעצװערקן אין דעם געביט פֿון רעװידירן. יעדעס יאָר נעמט דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט אױף עטלעכע אינטערנאַציאָנאַלע דעלעגאַציעס, איבערהױפּט פֿון די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס אָדער פּאַרלאַמענטן פֿון אַנדערע לענדער. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט ענטפֿערט אױך אױף אַ גרױסער צאָל אָנפֿראַגעס און אױספֿרעגן פֿון אַנדערע העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס, אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, געלערנטע און א.א.װ.

די זיבעציקסטע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער דירעקציע פֿון דער INTOSAI, נאָװעמבער 2017.

די זיבעציקסטע פֿאַרזאַמלונג פֿון דער דירעקציע פֿון דער INTOSAI, נאָװעמבער 2017.

INTOSAI

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט איז אַ מיטגליד פֿון INTOSAI – דער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿון העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס – װאָס איז אַ גלאָבאַלע אָרגאַניזאַציע פֿאַר נאַציאָנאַלע רעװיזיע־אינסטיטוציעס. די אָרגאַניזאַציע האָט אַרום 190 מיטגלידער און האָט אַ גענעראַל־סעקרעטאַריאַט אָנגעפֿירט פֿון דער העכסטער רעװיזיע־אינסטיטוציע פֿון עסטרײַך.

דער הױפּטציל פֿון INTOSAI איז צו שאַפֿן אַ פֿאָרום פֿאַר אירע מיטגלידער כדי זיך אױסצוטױשן מיט װיסן און דערפֿאַרונג, װי אױך צו נוצן אױספֿירן און אײַנבליקן אײנער פֿון דעם אַנדערן.

דער העכסטער באַשלוס־מאַכנדיקער אָרגאַן פֿון INTOSAI איז דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנגרעס פֿון העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס, INCOSAI, װעלכער רופֿט צונױף זײַנע מיטגלידער אײן מאָל יעדע דרײַ יאָר. די דירעקטאָרשאַפֿט פֿון INTOSAI איז פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר פֿירערשאַפֿט און המשכדיקײט פֿון INTOSAI אינצװישן די קאָנגרעסן. די דירעקטאָרשאַפֿט האָט 21 מיטגלידער, װעלכע פֿאַרזאַמלען זיך אײן מאָל אַ יאָר.

INTOSAI האָט זיבן רעגיאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט געהערט צו דער אײראָפּעיִשער רעגיאָנאַלער אָרגאַניזאַציע פֿון EUROSAI.

קאַפּאַציטעט־אַנטװיקלונג אינערהאַלב INTOSAI

דער פֿאָרזיצער פֿון דעם הױפּטקאָמיטעט פֿאַר קאַפּאַציטעט־אַנטװיקלונג פֿון INTOSAI (INTOSAI Capacity Building Committee - CBC) איז די דרום־אַפֿריקאַנישע העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציע צוזאַמען מיטן שװעדישן נאַציאָנאַלן רעװיזיע־אַמט אַלס דער װיצעפֿאָרזיצער. דער CBC איז INTOSAIס שטיצער און אױפֿזעער פֿון קאַפּאַציטעט־אַנטװיקלונג פֿון די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס און דערמעגלעכט איניציאַטיװן װאָס שטיצן די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס און רעגיאָנען, אױפֿבױענדיק זײער קאַפּאַציטעט און פֿאַרבעסערנדיק זײערע מעגלעכקײטן. דאָס קען אײַנשליסן פּראָפֿעסיאָנאַליזאַציע, אומאָפּהענגיקע פּראָפֿעסיאָנאַלע אָפּשאַצונגען, פֿאַרשײדענע פֿאָרמען פֿון מיטאַרבעט און רעװיזיעס און אַנטװיקלונג פֿון הדרכה־מיטלען כדי צו פֿאַרשטאַרקן די קאַפּאַציטעט און אָרנטלעכקײט פֿון די העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס.

דער CBC אַרבעט נאָענט מיט מיט אַנדערע הױפּטקאָמיטעטן פֿון INTOSAI, רעגיאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס און דער אַנטװיקלונגס־איניציאַטיװ פֿון INTOSAI (IDI), אַ נאָרװעגישער פֿונדאַציע װאָס שטיצט רעװיזיע־אינסטאַנצן.

לײענט מער װעגן דעם CBC

סטאַנדאַרטיזאַציע־אַרבעט אין INTOSAI

פֿאָרום פֿאַר INTOSAI פּראָפֿעסיאָנאַלע שלוס־אױספֿירן (FIPP)

אין 2015 האָט INTOSAI געשאַפֿן אַ פֿאָרום מיטן צװעק צו פֿאַרבעסערן די סטרוקטור פֿון סטאַנדאַרדן און אָנװײַזונגען פֿון INTOSAI. דער פֿאָרום באַשטײט פֿון אײן פֿאָרזיצער און 15 מיטגלידער פֿון פֿאַרשײדענע העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס און INTOSAI-אָרגאַניזאַציעס, און הײבט אונטער קװאַליטעט און אױסגעהאַלטנקײט אין די סטאַנדאַרדן און אָנװײַזונגען פֿון INTOSAI. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט האָט אײן פֿאָרשטײער אינעם פֿאָרום.

INTOSAI גערעם פֿון פּראָפֿעסיאָנאַלע שלוס־אױספֿירן (IFPP)

אױף דעם קאָנגרעס אין 2016 האָט INTOSAI באַשטעטיקט אַ נײַע סטרוקטור פֿאַר אירע סטאַנדאַרדן און אָנװײַזונגען. ביז 2022 װעלן עקזיסטירנדיקע דאָקומענטן רעדאַגירט װערן כדי צוצופּאַסן צו דער נײַער סטרוקטור מיט דער הילף פֿון FIPPס און INTOSAIס קערפּערשאַפֿטן װאָס שטעלן אײן סטאַנדאַרדן, אַזױ װי דער אונטערקאָמיטעט פֿון פֿינאַנציעלער רעװיזיע און בוכהאַלטעריע (FAAS), אונטערקאָמיטעט פֿון עפֿעקטיװקײט־רעװיזיע (PAS) און אונטערקאָמיטעט פֿון אױספֿאָלגונג־רעװיזיע (CAS) אין דעם קאָמיטעט פֿון פּראָפֿעסיאָנאַלע סטאַנדאַרדן (PSC).

לײענט מער װעגן סטאַנדאַרדן

לײענט מער װעגן סטאַנדאַרטיזאַציע־אַרבעט

EUROSAI

EUROSAI איז אײנע פֿון די רעגיאָנאַלע אַרבעטסגרופּעס פֿון INTOSAI און באַשטײט פֿון 49 אײראָפּעיִשע העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס װאָס זײַנען מיטגלידער און דעם אײראָפּעיִשן געריכט פֿון רעװיזאָרן.

אין איר סטראַטעגישן פּלאַן פֿאַר 2017-2023 האָט EUROSAI באַשטימט צװײ סטראַטעגישע צילן׃

  1. צו שטיצן עפֿעקטיװע, אינאָװאַטיװע און רעלעװאַנטע רעװיזיעס דורך אונטערהײבן און דערמעגלעכן פּראָפֿעסיאָנאַלער מיטאַרבעט.
  2. צו העלפֿן העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציעס זיך אַן עצה געבן מיט נײַע מעגלעכקײטן און שװעריקײטן דורך שטיצן און דערמעגלעכן זײער קאַפּאַציטעט־אַנטװיקלונג.

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט פֿירט די אַרבעט אין דעם צװײטן סטראַטעגישן ציל בשותפֿות מיט דער העכסטער רעװיזיע־אינסטיטוציע פֿון פּױלן. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט איז אױך אַ מיטגליד פֿון דער EUROSAI-אַרבעטסגרופּע איבער סביבה־רעװיזיע.

EUROSAI האָט, פּונקט װי INTOSAI, אַ דירעקטאָרשאַפֿט. דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט באַטײליקט זיך אין דעם EUROSAI-קאָנגרעס װאָס קומט פֿאָר יעדע דרײַ יאָר.

לײענט מער װעגן EUROSAI

סקאַנדינאַװישע מיטאַרבעט

דער שװעדישער נאַציאָנאַלער רעװיזיע־אַמט פֿירט אַ מער אָדער װײניקער אומפֿאָרמאַלע מיטאַרבעט מיט זײַן שװעסטער־אָרגאַניזאַציעס אין די סקאַנדינאַװישע לענדער. די װיזיע פֿאַר דער סקאַנדינאַװישער מיטאַרבעט איז אױסצונוצן די קאָמפּעטענץ אײנער פֿון דעם אַנדערן כדי צו אַנטװיקלען די אינדיװידועלע נאַציאָנאַלע העכסטע רעװיזיע־אינסטיטוציע. די מיטאַרבעט איז איבערהױפּט געצילט אױף זיך טײלן מיט אַרבעטס־דערפֿאַרונג און פֿאַרקניפּן קאָנטאַקטן.

די סקאַנדינאַװישע גענעראַל־רעװיזאָרן טרעפֿן זיך יערלעך כדי זיך אױסצוטױשן מיט אינפֿאָרמאַציע און דערפֿאַרונגען. זײערע פֿאַרזאַמלונגען זײַנען אַלע מאָל צוגעגרײט פֿון די באַשטימטע סקאַנדינאַװישע קאָנטאַקט־מענטשן אין יעדער העכסטער רעװיזיע־אינסטיטוציע.

אינצװישן די פֿאַרזאַמלונגען שטײען די סקאַנדינאַװישע לענדער אין כסדרדיקער פֿאַרבינדונג מכוח פֿאַרשײדענע טעמעס. דאָס פֿירט אַ מאָל צו פּאַראַלעלע רעװיזיעס אָדער בשותפֿותדיקע רעװיזיע־פּראָיעקטן צװישן די סקאַנדינאַװישע לענדער.

Uppdaterad: 16 December 2021

Kontakta OSS

Skicka dina frågor eller synpunkter via formuläret nedan så ser vi till att de når rätt handläggare. Ange gärna om din fråga har att göra med informationen på just den här sidan. Genom att skicka in en fråga till oss medger du behandling av dina personuppgifter i enlighet med EU:s dataskyddsförordning (GDPR).

Läs mer om behandling av personuppgifter

Vad handlar din fråga om?
Vad handlar din fråga om?